Reizele - רייזעלע

Lyrics
שטייט זיך דארט אין געסעלע שטיל פֿארטראכט א הייזעלע דרינען אויפֿן בוידעם-שטיבל וווינט מײן טייער רייזעלע יעדן אוונט פֿארן הײזל דריי איך זיך ארום כ´גיב א פֿייף, און רוף אויס : רייזל קום, קום, קום! עפֿנט זיך א פֿענצטערל וואכט אויף ס´אלטע הייזעלע און באלד קלינגט אין שטילן געסל א זיס קול, ס´רעדט רייזעלע : - נאך א ווײלע ווארט, מיין ליבער באלד וועל איך זיין פֿריי גיי זיך נאך א פאר מאל איבער - איינס, צוויי, דריי ! גיי איך מיר א פֿריילעכער זינג און קנאק מיר ניסעלעך הער איך אויף די טרעפלעך שפרינגען אירע דראבנע פֿיסעלעך שוין אראפ פֿון לעצטן טרעפל כ´נעם זי ליב ארום כ´גיב איר שטיל א קוש אין קעפל - קום, קום, קום ! - כ´וויל דיך בעטן, דודל זאלסט ארויף נישט פֿייפֿן מער - הערסט, ער פֿייפֿט שוין - זאגט די מאמע זי איז פֿרום, ס´פֿאדריסט זי זייער פֿייפֿן, זאגט זי, איז נישט ײידיש ס´פאסט נאר בלויז פֿאר זיי… גיב א צייכן פראסט אויף ײידיש - איינס, צוויי, דריי ! - כ´וועל פֿון היינט נישט פֿײפֿן מער דרויף גיב איך א שבֿועהלע - דיר צוליב וועל איך אפֿילו ווערן פֿרום, מײן צנועהלה כ´וועל זײן ווען דו ווילסט נאר, רייזל ווי דײן מאמע פֿרום יעדן שבת גיין אין קלייזל - קום, קום, קום ! - כ´גלייב עס דיר, מײן ליבינקער און דערפֿאר דיר, דודל שטריק איך א שיין תפילין-זעקל מיט א מגן-דודל ווען געפֿעלן ס´וועט אין קלייזל זאגן זאלסטו זיי: - ס´האט געשטריקט מיין ליבע רייזל - איינס, צוויי, דריי ! - כ´דאנק פֿאר דײן מתנה´לה כ´ליב אזוי דיך, רייזעלע ! כ´ליב דײן מאמען, כ´ליב דאס געסל כ´ליב דאס אלטע הײזעלע כ´ליב די שטיינדלעך לעבן הייזל - טרעטסט אויף זיי ארום הער, דײן מאמע רופֿט שוין: רייזל קום, קום, קום ! גיי איך מיר א פֿריילעכער זינג און קנאק מיר ניסעלעך הער איך אויף די טרעפלעך לויפֿן אירע דראבנע פֿיסעלעך - ווידער שטייט פֿארטראכט דאס הײזל ס´געסל - ווידער שטום קום צו מיר אין חלום, רייזל קום, קום, קום !
Rate this song
0/5.0 - 0 Ratings
Loading comments...
Credits
- Writers
- Mordechai Gebirtig
- Avrraham Levinson - אברהם לוינסון