Hanale Larant Leishon Koidesh - חנהלע לערנט לשון קודש

Hava Alberstein - חוה אלברשטיין - Rock, Yiddish
Hanale Larant Leishon Koidesh - חנהלע לערנט לשון קודש
0 Plays
Lyrics
בין איך מיר אַ לערערל קנעל איך לשון-קודש; קומט צו מיר אַ חנהלע לערנען אויפֿן חודש ווי די זון נעמט אונטערגיין קומט זי שוין צעלויפֿן; טײַטש איך לשון-קודש איר אויפֿן נײַעם אופֿן "ראש" פֿאַרטײַטש איך חנהלען גלעטענדיק איר קעפּל; פֿרעגט זי וואָס "תפּוח" איז גיב איך איר אַן עפּל הייב איך אָן מיט חנהלען שיר-השירים זאָגן הייבן אונדז די הערצער אָן האַסטיקער צו שלאָגן קומט זי אין פֿרימאָרגן זאָגט זי צו מיר שלום! און אַז זי גייט אַוועק – בלייַב איך ווי אין חלום עס גייט אַוועק אַ וואָך – עס גייט אַוועק אַ חודש – און די שיינע חנהלע קען שוין לשון-קודש
Rate this song
0/5.0 - 0 Ratings
5
0.0% (0)
4
0.0% (0)
3
0.0% (0)
2
0.0% (0)
1
0.0% (0)
Loading comments...
Credits
Credits Not Found